פֿון הײמיש ביז װעלטשפּראַך און װידער צוריק הײמיש
(אַ בינטל באַמערקונגען פֿון יוסטוס פֿאַן דע קאַמפּ, אַמסטערדאַם)
היסטאָריש
אין און נאָך די רױמישע צײַטן האָבן ייִדן זיך אין קלײנע גרופּקעלעך באַזעצט אין מיזרח-, מיטל- און מערבֿ-אײראָפע, בפֿרט בײַ די טײַכן לואַר, דונײַ און רײַן. זײ זענען אױך מיטגעקומען מיט די רױמישע זעלנערס און האָבן געלעבט װי הענדלער און פּױערים. זײ האָבן מסתּמא פֿריִער גערעדט אַרמיש און ראָמאַנישע דיאַלעקטן. זינט דעם יאָר 1000 האָט די שפּראַך פֿון די ייִדן זיך בײַם דונײַ/רײַן אַװעקאַנטװיקלט פֿון די אַרומיקע דײַטשישע דיאַלעקטן
דרײַ זאַכן האָבן דאָס גורם געװען
- ייִדן זײַנען צװישן די קריסטן געװען אַ שיטערע און װעגן דעם רעלאַטיװ באַװעגלעכע מינאָריטעט
זײ האָבן געדאַרפֿט זיך טרעפֿן צוליב רעליגיעזע צערעמאָניעס (מע דאַרף אַ “קװאָרום” פֿאַר פֿאַרשידענע תּפֿילות; גײן אױף יום-טובֿים און, להבֿדיל, צו קבֿורה אױף אַ ייִדישן בית-עולם), געפֿינען אַ זיװג אאַ”װ. אױב מיר געדענקען אַז דער פּראָסטער קריסט אין מיטל-אַלטער האָט זיך אַ גאַנץ לעבן ניט גערירט פֿונעם אָרט, קאָנען מיר זיך פֿאָרשטעלן אַז ייִדן זײַנען געװען די גרופּע װאָס האָט געפֿורעמט אַן איבער-דיאַלעקטאַלע שפּראַך, להיפּוך צו די אַרומיקע פּױערים און אַנדערע קריסטן
- געדענק װאָס שאַרלעמאַן, קאַרל דער גרױסער, האָט ניט געקאָנט שרײַבן! קריסטן, חוץ אַ קלײן גרופּעלע גלחים, האָבן ניט געקענט קײן צורת אות, בשעת איטלעכס ייִדיש ייִנגל האָט פֿון 4-3 יאָר אָן געדאַרפֿט גײן אין חדר אַרײַן און האָט געמוזט האַמערן אין קאָפּ אַרײַן דעם העברעיִשן חומש, און מיט 7 אָדער 9 יאָר דעם תּלמוד. מײדלעך האָט מען װײניקער סיסטעמאַטיש געלערנט, נאָר אין אַלגעמײן האָבן אױך זײ לכֿל־הפּחותגעלערנט לײענען און שרײַבן
און אין װאָסער כּתבֿ האָבן אַלע געלײענט און געשריבן? אין דעם ייִדישן, אין אותיות, פֿאַרשטײט זיך. װאָרעם דאָס איז געװען דער אײנציקער כּתבֿ. און, צװײטנס: דער פֿרעמדער ליטײַנישער שריפֿט איז געװען דער שריפֿט פֿון זײערע בלוטיקע פֿאַרפֿאָלגער, פֿון די ייִדן-העצערישע מאָנאַכן און גלחים מיט זײערע געגאָלטע (גלוח) פּליכעס. דערפֿאַר רופֿט מען זײער (אונדזער, ליטײַנישער) שריפֿט: גלחות
אַזױ אַרום האָבן דער שריפֿט און די שטענדיק אָנגעלערנטע העברעיִשע און אַרמישע שפּראַכן געהאַט אַ יאָרהונדערטער-לאַנגע השפּעה אױף דער אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך
- די דריטע סיבה קענען מיר שױן אַלע: דורך דיסקרימינירונג (פֿאַרװערטע פּראָפֿעסיעס, פֿאַרבאָט פֿון ערדבאַזיץ; געטאָס אאַ”װ) און רדיפֿות איזאָלירט און פֿאַריאָגט, האָבן ייִדן זײערע שפּראַך-אינדזלען דערװײַטערט פֿון די קריסטן אין די דײַטשע לענדער: זײ זײַנען אַריבער די אַלפּן, קײן איטאַליע און אַפֿילו מצרים, קײן מיטל- און מיזרח-אײראָפּע, װוּ די באַפֿעלקערונג איז געװען, נאָך די טאָטערישע פּלונדער-קאַמפּאַניעס, אָרעם און שיטער און די הערשערס האָבן געזוכט אונטערנעמערישע אײַנװאַנדערער װאָס זאָלן אונטערשטופן די עקאָנאָמיע און אַרײַנברענגען צינדזן. ייִדן האָבן מיט דער צײַט געלערנט האַלטן אַ געװיסן דיסטאַנץ פֿון די אַרומיקע קריסטן און אַזױ אַרום, אין די דין באַפֿעלקערטע נײַע לענדער, אַנטװיקלט אַן אין גאַנצן אײגענע אַשכּנזישע קולטור. דאָרטן האָט די שפּראַך געהאַט אַ יאָרהונדערטער לאַנגע השפּעה פֿון די נײַע (מערשטנטײל: סלאַװישע) שפּראַכן. ניט בלױז אין לעקסיק, נאָר אױך אין סטרוקטור פֿון זאַץ און פֿורעמונג פֿון װערבן
שפּראַכלעך-טעכניש
װאָס האָבן מיר געזען: ייִדיש איז אַ גערמאַנישע שפּראַך, אַ שװעסטער פֿון דײַטשיש, נידערלענדיש, דעניש
מיט אַ לעקסיק פֿון גערמאַנישן (מיטל-הױכדײַטשישן), סעמיטישן (אַשכּנזיש העברעיִשן און אַרמישן), סלאַװישן און אַ רעשטל ראָמאַנישן אָפּשטאַם. בכלל האָבן ייִדן אַ דרײַטױזנט יאָר אַלטע טראַדיציע פֿון מערשפּראַכיקײט און שפּילן זיך מיט (צומאָל קרובישע) שפראַכן. דאָס זאָל זיך שױן האָבן אָנגעהױבן מיט אַבֿרהם אָבֿינו’ס אַרױסצי פֿונעם אַרמיש-רעדנדיקן אור־כּשׂדים צו דעם פּראָטאָ-העברעיִשן כּנען. אַזאַ פֿאָלק קען מאַכן לידער, נוצנדיק פֿאַרשײדענע װערטער פֿאַר אײן באַגריף: למשל אין דירעקטן אָדער איבערגעטראָגענעם זין: אַן אײזל איז אַ חיה, אַ חמור געװײנטלעך אַ (ניט-קלוגער) מענטש, און אַ חמור-אײזל אַ װײַבערניק אַ הולטײַ. װערטער-שפּילערײַ טוט זיך אַ סך אין דער גמרא און אין רבנישע ספֿרים, אין ערנסט און אין הומאָר. באַשעװיס האָט געזאָגט אַז ייִדיש פֿאַרמאָגט װינציק װאָס װערטער פֿאַר טעכנישע זאַכן, נאָר צענדליקער װערטער פֿאַר “משוגע” אָדער פֿאַר “אָרעמאַן”. איך’ל צוגעבן: פֿאַרן אײבערשטן. חוץ “גאָט” האָט מען נאָך העכער צװאַנציק װערטער: די סעמיטישע מער אַבסטראַקט (אל, אלוהים), די גערמאַנישע מער נײטראַל: גאָט, דער אײבערשטער, די סלאַװישע מער אינטים (באָזשעמױ), אָדער גערמאַניש מיט אַ סלאַװישן סופֿיקס: “גאָטעניו!”
טעכניש איז כּדאַי צו באַמערקן אַז די שפּראַך איז עקסטרעם בײַגעװדיק און אָנפּאַסעװדיק אין צװײ פּרטים
- זי קען גרינג אױפֿנעמען פֿרעמד װערטערװאַרג און דאָס פֿאַרייִדישן. אין דעם פּרט קאָן מען זי גוט פֿאַרגלײַכן מיט ענגליש
- סײַ פֿון די סעמיטישע, סײַ פֿון די סלאַװישע שפּראַכן האָט ייִדיש איבערגענומען אַ בײַגעװדיקײט אין װערטער-פֿורעמונג. אַ רעדער אָדער שרײַבער קען בױען נײַע װערטער פֿונעם פֿאַראַנענעם שפּראַך-מאַטעריאַל, לױט געװיסע כּללים. װערטער װאָס דער צוהערער אָדער לײענער האָט נאָך קײנמאָל ניט באַגעגנט, און דאָך װעט ער די נײַע װערטער פֿאַרשטײן תּיכּף-ומיד. דאָ רעדט זיך למשל װעגן בױ פֿון װערבן לױט אַ סלאַװישן “אַספּעקטן”-סיסטעם. ס’קען זײער גוט געמאָלט זײַן אַז אַ צונױפֿגעשטעלטער װערב איז אין גאַנצן געבױט פֿון גערמאַנישן שפּראַכװאַרג, און אַ דײַטש-רעדער װעט גאָרניט פֿאַרשטײן, װײַל דער טײַטש גײט גיכער פּאַראַלעל צו דער פּױלישער איבערזעצונג פֿונעם װאָרט אײדער דעם דײַטשישן מײן
סאָציאָלאָגיש
ייִדיש האָט צװישן ייִדן אַ טױזנט יאָר עקסיסטירט אין אַן ענגען צוזאַמענשפּיל מיט אַשכנזיש העברעיִש און אַרמיש: אַרמיש, די שפּראַך פֿון דער גמרא, פֿאַר למדנים, הױך-געלערנטע. העברעיִש פֿאַר געלערנטע און פֿאַר ס’רוב תּפֿילות, פֿאַר (אינטערנאַציאָנאַלע) בריװ, ייִדיש פֿאַר דער דיסקוסיע װעגן תּלמוד, דערקלערונג און פֿאַרטײַטשונג פֿון חומש, פֿאַר דער אינטימער, הײמישער שמועס צװישן ייִדן און צװישן ייִד און השם יתברך הוא. (כּלפּי-חוץ האָט מען מער-װײניקער געקאָנט רעדן “גױיִש”: עפּעס אַ סלאַװישע שפּראַך). קײן אײנע פֿון די דרײַ ייִדישע שפּראַכן האָט מען ניט פֿאַררעכנט פֿאַר “נידעריק”. דאָס האָט זיך ערשט געטאָן נאָך דער “אױפֿקלערונג”, זינט דער השׂכלה. פֿון דעמלט אָן, ס’הײסט זינט דעם 18טן יאָרהונדערט, גײט אָן אַ טענדענץ צו דערנידערן ייִדיש, קודם־כּל מצד דײַטש (װאָס האָט געשפּילט די ראָלע װאָס הײַנט ענגליש), און שפּעטער אַנדערע אַסימילאַציע-שפּראַכן, מיט אַ מילדן ביטול. שפּעטער אָבער זענען די זאָגעכצן געװאָרן שאַרף און ביטער, דערהױפּט אין און דורך דער ציוניסטישער באַװעגונג און אין ישׂראל. די ביטערקײט נעמט זיך פֿון דעם װאָס ייִדיש איז, װי אַ מאַסיװע פֿאָלקשפּראַך, געװען אַ געפֿערלעכער קאָנקורענט פֿאַר דעם מאָדערנען העברעיִש. סוף 19טן יאָרהונדערט זײַנען אָבער אױפֿגעקומען אַ סך נאַציאָנאַלע און סאָציאַלע באַװעגונגען, און פֿאַרשײדענע פֿון זײ האָבן זיך ניט בלױז באַניצט מיט ייִדיש, נאָר די שפּראַך אַפֿירגעהױבן װי “די שפּראַך פֿון ייִדישן פֿאָלק”. דאַן האָט זיך גענומען אַן אױסבראָך, אַן אױסגאָס פֿון לידער, פּראָזע, בלעטעלעך, צײַטונגען און טעאַטער אין ייִדיש. אַ סך לײַט האָבן גענומען זען די שפּראַך װי אַ לשון פֿון ס’רוב לינקע פּאָליטישע באַװעגונגען
‘נאָר מיטן חורבן, די סטאַלינישע רדיפֿות און דער אַסימילאַציע אין אַמעריקע איז די צאָל װעלטלעכע ייִדיש-רעדערס אײַנגעשרומפּן פֿון אַן עלף מיליאָן אױף עטלעכע הונדערט-טױזנטער. און צום װיפֿלטן מאָל האָט מען פֿאָרױסגעזאָגט דעם אונטערגאַנג פֿון ייִדיש. נאָר ס’איז געשען ממש אַ נס: מאַמע-לשון שטײט איצט אױף תּחית־המתים און די צאָל רעדערס װאַקסט זינט דעם נײַען יאָרטױזנט. פֿון אײן זײַט לעבט זי אױף צװישן יונגע מענטשן װאָס האָבן ליב איר “אַלטערנאַטיװקײט” און אינטערנאַציאָלקײט און איר גװאַלדיקע, רירעװדיקע ליטעראַטור. אָט די לײַט זײַנען זײער שעפֿעריש אין אױסטראַכטן נײַע װערטער װי למשל: שלעפּטאָפּ, קעשעפֿאָן, שמעקל-דעקער, פּאַװע-פּינטל אאַ”װ. נאָר פֿון דער צװײטער זײַט האָבן חרדים, בפֿרט חסידים, דאָס מאַמע-לשון איבערגעגעבן זײערע קינדער און אײניקלעך. פֿאַרװאָס? פֿאַר דעם, װאָס רעדן ייִדיש שײַדט אונטער די גאָר פֿרומע, “הײמישע” ייִדן פֿון די “ליבעראַלע” און סתּם אָרטאָדאָקסישע װאָס רעדן ענגליש אָדער העברעיִש. און דװקא אָט די חסידים זײַנען די װאָס נעמען דעם געבאָט “פּרו ורבֿו” זײער ערנסט
יאָ, אין די נײַנציקער איז די לעצטע ייִדישע טאָגצײַטונג (“אונזער װאָרט” פֿון פּאַריז) אונטערגעגאַנגען. נאָר װער װאָלט דעמלט געגלײבט אַז מען קאָן הײַנט אין ניו יאָרק געפֿינען אַ צװאַנציק פֿאַרשידענע זשורנאַלן און צײַטונגען אױף מאַמע-לשון, ייִדיש